עירוב מאפע

עירוב מאפע
Williamsburg Eruv Map

Wednesday, October 6, 2021

 

 

 פאלגענד קען מען הערן די שיעורים קעגן עירובין אין גרויסע שטעט

דורך הרה"ג שלום בער לעווין שליט"א מקרוין הייטס


 

Click here for the 7 parts. 

  די תשובות צו די טענות קען מען מעגליך געפונען דא, גיבט נאר א קליק:

 

Friday, December 4, 2020

שטארקע ארטיקעל

שבת הייליגער שבת???

היי וואך שבת קודש אין די הייליגע שטאט וויליאמסבורג איז פארגעקומען א מאסען דעמאנסטראציע דארט ווי אלע סאטמערע רבנים פינעם פראקציע סאטמער וואס פירט אן מיטן הייליגען שיטה הקדושה אז מען טאר נישט טראגן מיטן טמענעם עירוב, און די פראקציע וואס טראמפייטערט ארים מיטן דגל המסורה, פון וואס מען טאר זיך נישט א ריר

קליקט דא פאר דער גאנצער מאמר



Sunday, November 29, 2020

Private BP Eruv

 א פריוואטע עירוב אין בארא פארק צווישען צוויי הייזער

זעה דער "לחי" מיט דער בלויער צייכענונג, עס איז פסול מסתמא לכל השיטות



Thursday, November 12, 2020

Wikipedia: Kiddush Hashem...

There are many households with Section 8 housing vouchers; in 2000, there were 1,394 voucher recipients in Williamsburg's nine Yiddish-speaking census tracts, but by 2014, Williamsburg had 3,296 voucher recipients within 12 Yiddish-speaking census tracts.[59] In 2014, it was reported that Williamsburg's Jewish community had among the highest rates of applications for Section 8 housing vouchers.[62] However, the newspaper New York Daily News doubted the legality of the applications. In 2016, the Daily News said that New York City census tracts with 30% or more of the population applying for Section 8 were present only in Williamsburg and scattered parts of the Bronx, except that Williamsburg's real estate was among the most rapidly gentrifying in the city.[59

Local Williamsburg Eruv (5)



נאך א סוכות עירוב




Local Williamsburg Eruv (4)

 דא האט איר נאך א בלאק-עירוב

  גראדע איז עס סוכות אבער דער עירוב איז דארטן אגאנץ יאהר ווי מען זעהט אין בילדער פון אנדערע חדשים דארט אין גאאגעל ווי אויך אויף דעם סייט



Local Williamsburg Eruv (3)

 


גיבט א קוק אויף דער פריוואטע עירוב, עס איז זעהר פראבלעמאטיש צוליב דעם וואס די קנים זענען נישט סותם דער חלל הרשות און אויך וועגען זיי שטייען מעגליך אחורי הכתלים, און לויט פיל פוסקים איז עס פסול.


Some Old Articles

 https://eiriv.wordpress.com/

Wednesday, November 11, 2020

ספר: חי אנכי לעולם

ליינט און שטוינט: ספר חי אנכי לעולם


ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל




יתנו עדיהם ויצדקו ישמעו ויאמרו אמת
קושטא קאי
שפת אמת תכון לעד

הלכות יום טוב אדער פאליטיק? אמרו אתם








א הערליכער ספר אויף הלכות יום טוב צייג איך דא. בתוך הספר איז ער דן וועגן הלכות הוצאה ביום טוב וואס ביי געוויסע דינים ווענדט זיך צי ס'איז דא אן עירוב וואס אויב יא איז דער דין לקולא. איז אויף איין פלאץ אינעם ספר (נישט געצייגט דא) שרייבט ער "במקום שיש עירוב כמו בקרית יואל או בקאנטרי". וואס האט דאס אויסגעפעלט? ווער פארשטייט דען נישט א סימפעל פאקט: צי ס'איז דא אן עירוב איז די הלכה אזוי און אזוי??! און טאקע אינעם ספר על הלכות יום טוב  פון אן אנדערע ת"ח (שלחן המועד), א זון פונעם פאפא'נער רב שליט"א (נישט געצייגט דא), ווען ער זאגט די דינים גיבט ער נישט קיין משלים ווי אזוי ס'קען זיך מאכן אז ס'איז דא אן עירוב אין א שטאט.  אינם צוויטען חלק פונעם ספר ווערט נתגלה דער פשט במלואו (זעה בילד). "אין כוונתי לוומסב"ג וכו' שהעיזו איזה אנשים לעשות עירוב נגד רוב הרבנים מדור העבר ושל דורינו" וכו'. 


איז נישט צום פארשטיין: 
א) אז איינער לערנט דעם ספר וועגן די הלכות יום טוב שבו, פארוואס זאל עם אינטערסירען די פאליטיק וואס דער בעל המחבר האט מיט אן עירוב וואס איז אין זיין שכונה? לא מיבעיא אז דער לומד זיצט אין בני ברק אדער אין בראזיל, נאר אפילו ער וואוינט אין וומסב"ג, למאי נפק"מ דער פריוואטע דעה פונעם מחבר? ווער האט עם געפרעגט זיין דעה אינעם ענין?
ב) דאס הערה האט נישט קיין פשט בכלל, ווייל ממ"נ: דער וואס גייט מיט'ן עירוב און טראגט שבת אויך'ט, נו, איז דאך יא דא אן עירוב. ווידער דער וואס איז פון דער כת פונעם מחבר און גייט נישט מיט'ן עירוב, ווייסט דאך אז מען איז נישט גורס דעם עירוב, אפילו יום טוב אויך נישט. צו וואס האט דאן אויסגעפעלט דער הערה אינעם ספר???

אלענפאלס איז דער גאנצער הערה א שקר גס און אדרבה, רוב רבנים פון דור העבר און דורינו (און אויך רוב מענטשען, ווייל מאי שנא פאר א בעה"ב צי קרית יואל אדער וומסב"ג) ווילען יא דער עירוב, כמבואר אצלינו אין דער דאזיגער וועבזייט, און אדרבה, דער אינגערמאן אז אן עזות פנים און א מוציא שם רע אזוי צו שרייבן, און ער איז מבזה נישט נאר די רבנים וואס האבען געמאכט דער עירוב, נאר אויך רביה"ק זי"ע, וואס ער קומט מכלומר'שט אין זיין נאמען. 

ובלאו הכי, האט דאך יענער א רעכט צו מאכן אן עירוב דא פונקט ווי דו האסט א רעכט אין קרית יואל, ווייל וומסב"ג געהערט נישט צו (אזוי גערופענע) סאטמאר - טראץ דעם וואס מאנכע מיינען אז יא...

Tuesday, November 10, 2020

די סוכות אין די וויליאמסבורגער גאסען



ליינט דא וועגן די ריזיגע סוכות אין די גאסען 

אנגעבליך האבן זיי נישט קיין פערמיט (עכ"פ כמה מהם)

וואו זענען די קנאים?????? דאס איז דאך שוין לכו"ע א ח"ה ח"ו! נו
 אה, איך כאפ שוין, ווייל ס'איז נישט קיין "איך ווערסוס דיך" ענין... וד"ל 

קליקט די לינק 👇👇👇👇קליקט די לינק

ליינט אויך די קאמאנטארען דארטען, וכדי בזיון וקצף, ה' ישמרנו

This is the sukkah in front of a shul on Penn Street in Williamsburg. It was built illegally. Photo: Julianne Cuba

Part 20: Local Williamsburg Eruv (2)

קליינע עירובין אין וומסב"ג 

חלק ב




עירוב אויף העוועס סט. און לי עוועניו

Part 19: Local Block Eruvs (1)



קליינע עירובין אין וומסב"ג 

חלק א



געדענקט: אין א רה"ר העלפט נישט קיין צוה"פ, נישט קיין חילוק סוכות אדער פסח... אויך איז מעגליך אז מען דארף שכירות רשות צו נוצן די גאס {מער איבער דעם אינ'ם קונטרס מעמיד הדת ווי שוין פריער ערשינען}




א סוכות עירוב אויף העריסאן עוועניו