עירוב מאפע

עירוב מאפע
Williamsburg Eruv Map

Wednesday, November 11, 2020

הלכות יום טוב אדער פאליטיק? אמרו אתם








א הערליכער ספר אויף הלכות יום טוב צייג איך דא. בתוך הספר איז ער דן וועגן הלכות הוצאה ביום טוב וואס ביי געוויסע דינים ווענדט זיך צי ס'איז דא אן עירוב וואס אויב יא איז דער דין לקולא. איז אויף איין פלאץ אינעם ספר (נישט געצייגט דא) שרייבט ער "במקום שיש עירוב כמו בקרית יואל או בקאנטרי". וואס האט דאס אויסגעפעלט? ווער פארשטייט דען נישט א סימפעל פאקט: צי ס'איז דא אן עירוב איז די הלכה אזוי און אזוי??! און טאקע אינעם ספר על הלכות יום טוב  פון אן אנדערע ת"ח (שלחן המועד), א זון פונעם פאפא'נער רב שליט"א (נישט געצייגט דא), ווען ער זאגט די דינים גיבט ער נישט קיין משלים ווי אזוי ס'קען זיך מאכן אז ס'איז דא אן עירוב אין א שטאט.  אינם צוויטען חלק פונעם ספר ווערט נתגלה דער פשט במלואו (זעה בילד). "אין כוונתי לוומסב"ג וכו' שהעיזו איזה אנשים לעשות עירוב נגד רוב הרבנים מדור העבר ושל דורינו" וכו'. 


איז נישט צום פארשטיין: 
א) אז איינער לערנט דעם ספר וועגן די הלכות יום טוב שבו, פארוואס זאל עם אינטערסירען די פאליטיק וואס דער בעל המחבר האט מיט אן עירוב וואס איז אין זיין שכונה? לא מיבעיא אז דער לומד זיצט אין בני ברק אדער אין בראזיל, נאר אפילו ער וואוינט אין וומסב"ג, למאי נפק"מ דער פריוואטע דעה פונעם מחבר? ווער האט עם געפרעגט זיין דעה אינעם ענין?
ב) דאס הערה האט נישט קיין פשט בכלל, ווייל ממ"נ: דער וואס גייט מיט'ן עירוב און טראגט שבת אויך'ט, נו, איז דאך יא דא אן עירוב. ווידער דער וואס איז פון דער כת פונעם מחבר און גייט נישט מיט'ן עירוב, ווייסט דאך אז מען איז נישט גורס דעם עירוב, אפילו יום טוב אויך נישט. צו וואס האט דאן אויסגעפעלט דער הערה אינעם ספר???

אלענפאלס איז דער גאנצער הערה א שקר גס און אדרבה, רוב רבנים פון דור העבר און דורינו (און אויך רוב מענטשען, ווייל מאי שנא פאר א בעה"ב צי קרית יואל אדער וומסב"ג) ווילען יא דער עירוב, כמבואר אצלינו אין דער דאזיגער וועבזייט, און אדרבה, דער אינגערמאן אז אן עזות פנים און א מוציא שם רע אזוי צו שרייבן, און ער איז מבזה נישט נאר די רבנים וואס האבען געמאכט דער עירוב, נאר אויך רביה"ק זי"ע, וואס ער קומט מכלומר'שט אין זיין נאמען. 

ובלאו הכי, האט דאך יענער א רעכט צו מאכן אן עירוב דא פונקט ווי דו האסט א רעכט אין קרית יואל, ווייל וומסב"ג געהערט נישט צו (אזוי גערופענע) סאטמאר - טראץ דעם וואס מאנכע מיינען אז יא...

No comments:

Post a Comment