עירוב מאפע

עירוב מאפע
Williamsburg Eruv Map

Tuesday, November 10, 2020

Part 14: Maamid Hadas









 👇קליקט אויפ'ן לינק 👇

קונטרס מעמיד הדת על תלה


זיינע שרייב טאלאנטען זיינען נישט די בעסטע, אבער דאס איז נישט דער נושא דא, דעריבער נישט מאכן פון דעם קיין עסק, ביטע


דרך אגב, ברענגט ער דארט אז א דרשן האט געזאגט, "זיי מיינען נאר דעם רבי'ן  זי"ע"  עכ"ל. דאס איז א גרויסער טפשות. ווייל בשלמא ווען אן עירוב איז כמעט נישט בנמצא אין  ערגעץ, וואלסטו נאך געקענט טענה'ן אז דו דארפסט נישט קיין עירוב מצד עצמה נאר דו ווילסט דיך נוקם זיין אינעם רבי'ן. אבער השתא אז ס'איז נישטא כמעט קיין ישוב אן אן עירוב, כ"ש אין גרעסערע שטעט איז דא כמעט איבעראל, איז פונקט פארקערט ריכטיג, דהיינו אז דער וואס איז מעכב איז דער משנה און ער איז דער וואס ברויך זיך פארענטפערן
חוץ מזה איז דער טענה א גרויס געלעכטער, ווייל דער גאנצער התנגדות וואס מען איז מייחס צום רבי'ן ז"ל איז גאר א המצאה פון אט די בעלי דרשנים וכת דילהון זעלבסט. משא"כ די עירוב אידען ווייסען נישט פון אזא שיטה לרביה"ק (כמבואר אין אנדערע לינקס אין דעם סייט אז ס'איז פריש געבאקענע נייעס).  ועוד, ווייל א שיינער סכום פון תלמידי רביה"ק האבן געשטיצט דער עירוב און טוען ווייטער אזוי נאך היינט, האט דאך נישט קיין זין דער גאנצער טענה. נאר במקום הנצחון אין שכל ישר וד"ל

No comments:

Post a Comment